Monday, February 17, 2014

דת building ואמונה מדע ומחשבה building נקודה למחשבה אידישע קולטור building היימישע געזעלשאפט היסטארי


Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה  -- נקודה למחשבה אידישע קולטור  -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר  -- אידישע ווערטלאך געקליבנס  -- א שמייכל  -- אין די שטעטלאך פון אמאל  -- אנשי שם  -- געזעלשאפט  -- געפיהלן און געדאנקען  -- דיאלאגן  -- דת ואמונה  -- וויסענשאפט  -- מחשבה  -- קונסט
דת building ואמונה מדע ומחשבה building נקודה למחשבה אידישע קולטור building היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה וויסענשאפט מחשבה קונסט
טשיילד מאלעסטיעשאן building איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז, און איינער וואס האט דאס מיטגעמאכט ליידט זייער שטארק דערפון, און די גרעסטע ליידן וואס מ גייט אדורך איז, אז מ זעהט ווי קיינער נעמט נישט דיינע ליידן ערנסט און מ קוקט דיך אפי נישט אן.
פונקט ווי דו פארשטייטס ווי די אידן נאכן האלאקאסט building האבן אזויפיל ארומגערעדט building און געוואלט זיכער מאכן אז דאס חזר ט זיך נישט איבער (פארשטייט building זיך אז איך פארגלייך עס ניטאמאל צו צו די ליידן וואס זיי האבן מיטגעמאכט, איך ברענג עס נאר ווייל דא פארשטייסטו אז קיינער וויל נישט אז זייערע ליידן זאלן ווערן איגנארירט)
און יא! ס איז דא מענטשן וואס וועלן גיין און העלפן זייערע ברודער וואס זענען מאלעסטירט געווארן. נאר בוני עולם פארשטייסטו? מיט RCCS? געס וואט, זיי זענען נישט די איינציגסטע מענטשן וואס ווילן העלפן זייערע אידישע ברודער. ס איז דא אויך צווישן די או.טי.די קאמיוניטי building מענטשן וואס וועלן גיין די עקסטערע מייל און ארויס העלפן זייערע ברודער וואס זענען מאלעסטירט געווארן.
פארוואס איז געווארן אזא שטימונג צווישן די חסידישע עולם, אז העלפן איינעם וואס האט געהאט 500 קינדער און ער דארף קויפן א אומוויכטע 2000 דאלער דיגע לייכטער, איז אן אקצעפטירבארער טאפיק וואס מ דארף העלפן, אבער איינער וואס איז געווארן מאלעסטירט דארף מען לאזן אויפן וואסער? און איינער וואס העלפט ברענגען אויפמערקזאמקייט דערצו, אזא איינער – און איך קוואויט – באשמוצט די קאמיוניטי?
יעצט וועגן סתם באשמוצן די קאמיוניטי. ס איז מיר א שטארקער פרייד צו הערן אז דו האסט נישט קיין טענות אויף די וועג וואס דיין טאטע האט דיך אויפגעצויגן, איך האב גראדע אויך נישט קיין טענות, און איך גלייב אז רוב מענטשן האבן נישט קיין טענות אז מ האט זיי מחנך געווען אידיש; ס איז דא אבער וואס האבן נישט געהאט אזא גרינגע אויפברענגען. ס איז דא וואס די עלטערן האבן אריינגעשטיפט די אידישקייט אין פנים אריין, געשלאגן, ווערבל עביוזט; אזא איינער קענסטו נישט זאגן, “אקעי יעצט מאוו אן, שאט אפ, און הייב. אן א נייע לעבן!”
יענער איז דאך אדורך א טשיילד-הוד וואס ער וועט נישט פארגעסן עד יום מותו, וויאזוי קענסטו איהם זאגן זיי שטיל און האב נישט קיין טענות אויף דיין טאטע וואס האט דיך עביוזט, אדער אויף די מנהל וואס האט געמאכט דיין לעבן מיזרעבל?..
אבער איך האב יא טענות אויף אידישקייט! איך האלט אז אידישקייט איז א פארפוילטער סיסטעם וואס דארף – און וועט – אויסגעריסן ווערן משורשו! עס נעמט טאלאנפולע מענטשן און צוקוועטשט זיי אז זיי זאלן נישט קענען ארויסגעבן זייער טאלאנטן! עס נעמט קלוגע מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן און ס מאכט זיי דום! און אויב זיי טראכן פילן זיי ווי זיי האבן געטוהן די גרעסטע עבירה.
ס איז נישט אזוי סימפל ווי דו זאגסט. מ קען נישט סתם אזוי ארויסקומען אין די עפנטליכקייט און אויסשרייען וואס מ וויל; און איך גלייב אז דאס איז די סיבה פארוואס רוב אזעלכע האבן למשל פאלשע פעיסבוק אקאונט’ס מיט כל’ערליי פסעוואדנימען.
דאס איז די טענה וואס יעדע מוסד זאגט פאר איינער וואס וויל נישט נאכטאנצן זייערע משוגעת ן ס געפעלט דיר נישט קענסטו זוכן א צווייטע מוסד ; דאס זאגט דער סקווערע דיקטאטאר פאר זיינע אונטערטאטען סגעפעלט דיר נישט קענסטו ארויסמופן פון שטעטל ; און דאס זאגן אויכעט אלע רשעים וואס האבן ליב צו דזשאדזשן יעדעם איינעם וועלכער פאלגט נישט אין גאנג הונדערט פראצענט ווי זיי, אזא חוצפה! אז ער וויל זיך נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דא! דער סלאגאן איז געווארן דער פלאטפארם פאר אלע דעה זאגער און רשעות ליבהאבער. building
ס איז צייט אויפצומאכן די אויגן, און זעהן אז דאס איז די וועג וויאזוי מ האט אונז אלע אויפגעצויגן. די וועג פון קוקן, אויף דעם און אויף יענעם, און וויסן פונקטליך ווי ס’האלט מיט יענעם, און וויאזוי יענער דארף ווייטער פירן זיין לעבן.
קאם אן, חזר נישט איבער די זעלבע טעותים. לאז יענעם לעבן זיין לעבן, און אויב דו האסט נישט מיטגעמאכט וואס יענער האט מיטגעמאכט, מיינט נאכנישט אז ס איז נישט געפערליך; ס קען זיין אז יענער ליידט זיך צוזאם דערפון און זיין לעבן ווערט רואינירט דערפון, דו ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם!!!
די איינציקע קשיא וואס דריקט איז ווי ס’נעמט זיך צו אייך אזא אהבת ישראל? און נאך דערצו די רשעותדיגע חלק פון כלל ישראל די אונטערדרוקערס, פון וועלכן יארגאנג אהן ווערן מיר פרומע ביי אייך אזוי פארפיינטעד? די קינדער גלייכט איר דאך זייער.
You may use these HTML tags and attributes: building <a href="" title=""> <abbr title=""> building <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> building <em> <i> <q cite=""> <strike> <strong>
AP Says: עס איז אביסל מאדנע, אז פרימארגן שרייבער קאפיר... Recent Posts

No comments:

Post a Comment